למי החותמת ולמי הפתולים תשע״ח

למי החותמת ולמי הפתולים

ווער איז א גרעסערע רבי ווער האט מער מענטשן

פארשטייט זיך אז יעדער צד (בעיקר אהרונים)שרייען אז זיי זענען די גרעסטע שטערקסטע שענסטע וכו׳

אויב זענען די צייטונגען א שטיקעל אנדייטונג וועל איך אייך צישטעלען אפאר פאקטישע ציפערען פין 25 וואכן פון דער איד אין דער בלאט אין זאל יעדער פאר זיך אליינס באשליסען.  

אין דער בלאט איז געווען 460 בילדער פין די הייליגע צורה דאס איז אן עווערעדש פין 18 מאל א וואך וואס חסידי מהר״א קענען זעען בילדער פין די הייליגע אויגן

אין דער איד איז גיווען 0 בילדער פין מהרז״ל

נו ווער איז א גרעסערע רבי ?  פארשטייט זיך אליינס אז דער וואס האט מער בילדער

ווער האט מער מענטשען.   איך ווייס נישט אבער וויפיל חתונות עס איז דא דארף לכאורה זיין עפעס א אנדייטונג.  

נו ירא הקהל וישפוט

אין דער איד איז במשך די וואכען געווען 142 חתונה בריוולעך

אין דער בלאט איז געווען 43 

דאס מיינט אז פאר יעדען 1 אינוועטעשן אין דער בלאט איז געווען 3.3 אין דער איד

חוץ דעם איז געווען 37 וואס זענען געווען אין ביידע אדער פין פארעווע מענטשן אדער מחותנים פין ביידע צדדים

נו וואס מיינט דאס
האט דער איד מער ליינערס = מהרז״ל מער מענטשען ?
מאכט מען ביי חסידי מהרז״ל מער חתונות ?
שעמען זיך חסידי מהר״א מיטען בלאט אדער מיט זייער רבין ?
אפשר איז ביליגער אריינצישטעלען א חתונה בריוועל אין דער איד ?
אפשר האט דער בלאט א סעלעקציע פראצעס אין לאזען נישט יעדען אריין ?

זייט איר אליינס דער מכריע.

Comments

Popular posts from this blog

די מערכה קעגן הר״ר מעכל לעבאוויטש אדמו״ר מניקלשבורג,