איינס
פין די אנגעווייטוגטע מערכות אין וואס סאטמאר איז געווען אריינגעמישט איז
געווען די מערכה קעגן הר״ר מעכל לעבאוויטש אדמו״ר מינוקלשבורג
ווי
באקאנט פירט ער א שיינע קהילה אין מוסדות אין מאנסי אין האט חסידים אין
מעריצים אין די גאנצע וועלט. ווי אויך האט ער זיך משדך געווען מיט שיינע
רעבישע דינאסטיעס אין זיינע טישן אין שמחות ווערן באשיינט פין די גרויסע
רבני הדור
פארשטייט
זיך אז היינט ציטאגס איז נישט דא קיינער וואס גלייבט איין ווארט פין די
אלע שקרים וואס מען האט אויף אים געשריבען בשעת די מערכה
אבער
למען ידעו דור אחרון אין נעמען א מוסר השכל אז נישט אלעס וואס מען שרייבט
אדער מען זאגט איז אמת אין נישט אלעס וואס איז מלובש אין א מלחמה לשם שמים
מיינט מען דעם אייבירשטען
די
וואס האבען דעמאלטס געפירט די מערכה האבען אריינגעדרייט די רבנים אין אויך
קהילת סאטמאר אין אזוי ווי ביי אסאך אנדערע מערכות איז עולם גולם
מיטגעשפרינגען (אין זיי געריפען מיטען פאבריצירטען שפעט נאמען מעכעליסטן)
אבער ציביסלעך האט דער עולם איינגעזען אז מען האט זיי געפירט אין באד
אריין
ליידער
איז שווער צירוק צי דרייען דעם זייגער אין די תוצאות פין די מערכה האט
אפגעקאסט פאר דעם רבין אין זיינע חסידים דמים תרתי משמע ווי באקאנט אין די
נאכווייען שפירען זיך נאך ביז היינט
מיר
וועלען דא ארויף שטעלען דעם טרויעריג באקאנטען קונטרס מתי שוא ארויסגעגעבן
דורך אברהם לויפער . ווי אויך דעם ווייניגער באקאנטען דברי שלום ואמת
ארויסגעגעבן דורך חסידי נוקלשבורג
דא האט איר דעם לינק צום קונטרס מתי שוא
דא האט איר דעם לינק צום קונטרס דברי שלום ואמת - ניקלשבורג
דא האט איר א לינק צי אינזער גאנצע ניקלשבורג פייל
t
Comments
Post a Comment